וואשינגטאן – פעדעראלע אויספארשער האבן נעכטן דערציילט פאר קאנגרעס, אז זיי באטראכטן די מעגליכקייט, אז די מיסטעריעזע עפיזאדן וואס אמעריקאנער דיפלאמאטן זענען קראנק געווארן אין האוואנא, קובא, האט נישט פאסירט פון א "סאניק וואפן" צו שעדיגן זייער חוש השמיעה, נאר צוליב עפעס אנדערש.

טאד בראון, אן איינגעשטעלטער אינעם סטעיט דעפארטמענט, זאגט אז אן עף-בי-איי אויספארשונג האט נישט געטראפן קיין שום באווייזן אז די מיסטעריעזע עפיזאדן זענען געקומען צוליב א סאניק וואפן, און דעריבער ווערט ווייטער אויסגעפארשט די זאך, און איינס פון די טעאריעס איז, אז די דיפלאמאטן זענען קראנק געווארן צוליב א ווירוס וואס איז בייזוויליג פארשפרייט געווארן ביי דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין האוואנא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל