דמשק – נעכטן איז ארויסגעקומען א באשולדיגונג, אז דער סירישער רעזשים פון באשאר אסאד, האט דורכגעפירט א פרישע ברוטאלע כעמישע וואפן אטאקע אויף אומשולדיגע סירישע בירגער. די בריטיש-באזירטע "יומען רייטס אבזערוועטארי" גרופע זאגט אז זי האט באקומען קראנטע אינפארמאציע פון פאראמעדיקס און אנדערע עמורדזשענסי באאמטע אינעם דאומא דיסטריקט נעבן דער הויפטשטאט דמשק, אז א קלארין באמבע איז געווארפן געווארן העכער א באוואוינטע געגנט, און אמווייניגסטנס דרייצן מענטשן זענען ערנסט אפעקטירט געווארן דערפון, א מערהייט פון זיי יונגע קינדער און פרויען. דער דאומאו דיסטריקט ווערט קאנטראלירט דורך די סירישע אנטי-רעגירונג רעבעלן, און די 400,000 ארטיגע איינוואוינער זענען שוין באלאגערט דורך דעם סירישן מיליטער זינט יאר 13'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל