דורך לוי מאיער

בילד: די דערשרעקענדע מעסעדזש אויף א סעלפאן

א פאלשע אלערט איבער א באליסטישע מיסעל אטאקע, האט געברענגט כאאס צו די איינוואוינער אין האוואאי היינט 8:05 אינדערפרי, ביים באקומען א עמערדזשענסי טעקסט, שרייבענדיג "א באליסטישע מיסעל איז אויפן וועג צו האוואאי, לויף שוין צו א שעלטער".

נאכמער האט אנגעצויגען די האוואאי איינוואוינער אויף וואס איז געשטאנען אז עס איז נישט קיין פראבע.

די נייעס איז בליץ שנעל ארום געפארן איבער סאושעל מידיא, און ווי אויך אויף טעלעוויזשאן, און ווי נאך אימער. "מיר ארבעטן צו זען וואס עס האט פארסירט", האט א פענטעגאן איינגעשטעלטע געזאגט מינוטן נאכדעם.

די האוואאי עמערדזשענסי איז דערנאך ארויסגעקומען 8:45 מיט א טוויט, אז "עס קומט נישט קיין מיסעל קיין האוואאי". שפעטער איז ארויסגעקומען די גאווערנער פון האוואאי, זאגענדיג אז איינע פון די ארבייטער האבן געדרוקט א אומריכטיגע קנעפל.

ווי אויך האט ער געזאגט אז מען גייט בויען א נייע סיסטעם, אז עס זאל מער נישט פארסירען, מיטן מאכן אז מען זאל נישט קענען ארויסשיקן אזא מעסעדזש, נאר דורך א באשטעטיגונג פון צוויי מענטשן. ווי אויך, אז מען זאל עס קענען מבטל זיין ביז סעקונדעס, און נישט ווי דאס מאל, וואס עס האט געדויערט א האלבע שעה.

בילד: טראפיק פארנט פון א שילד אז די שרעק איז אומזינסט

אויסשליסליכע באריכט צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל