פיאנגיענג – די ספעציעלע האטליין טעלעפאן ליניע, וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט יארן צוריק ביי דער גרעניץ צווישן דער קאמוניסטישער צפון קארעא און די פרייע דרום קארעא, איז נעכטן באנוצט געווארן צום ערשטן מאל אין ארום צוויי יאר. נאכפאלגענדיג קאמענטארן פון צפון קארעא'ס פירער, אז ער וויל געשפרעכן מיט דרום קארעא, האבן צפון קארעא רעפרעזענטאטן אויפגעהויבן דעם ספעציעלן טרייבל פונעם האטליין און אנגעקלונגען קיין דרום קארעא, וואו עס האבן אויפגעהויבן א גרופע דיפלאמאטן. די צוויי זייטן האבן אויסגעטוישט מינדערוויכטיגע באגריסונגען, און מען האט גארנישט ערנסט גערעדט, אבער עס איז באטראכט געווארן ווי א דראמאטישע אנטוויקלונג צו א מעגליכע באנייאונג פון געשפרעכן מיט צפון קארעא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל