א 42-יעריגער ברוקלין-בירגער איז פרייגעשפראכן געווארן פון מארד-קלאגעס, צוליב וועלכע ער איז געזעצן אין טורמע פאר פופצן יאר.

סאנדעה מאוזעס איז מיט צוואנציג יאר צוריק ארעסטירט געווארן דורך דעטעקטיוו לואיס סקאַרסעלאַ, וועלכער האט לויט דער טענה פון מאוזעס אים געצוואונגען מודה זיין אינעם מארד פון א פיר-יעריג קינד.

מאוזעס האט זיינער-צייט גע'טענה'ט פאר'ן געריכט, אז זיין מודה זיין אין דער שיסעריי איז געקומען נאך דעם וואס סקאַרסעלאַ האט אים צעשלאגן און געדראעט מיט נאך ערגערס, אויב דערקלערט ער זיך נישט שולדיג אינעם דורכפירן דעם מארד.

דער זעלבער דעטעקטיוו סקאַרסעלאַ איז געווען פארמישט אין נאך א צאל ארעסטאנטן פון אנגעקלאגטע מענטשן, און א צאל פון די שולד-דעקלאראציעס האבן זיך מיט דער צייט ארויסגעשטעלט צו האבן געקומען אונטער צוואנג.

א ברוקלין סופרים-קארט ריכטערין האט אויף דעם סמך פון אנדערע ענליכע פאלן אין וועלכע סקאַרסעלאַ איז געווען פארמישט וואס זענען שפעטער ארויסגעווארפן געווארן באשלאסן אויך צו אנולירן דעם שולד-פסק אויף מאוזעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל