איינוואוינער אין דער ליסבורג געגנט אין ווירדשיניע זענען שאקירט געווארן, ווען ביי די טירן האט זיי אפגעווארט א פאמפלעט מיט וויסטע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע און אויך ראסיסטישע סלאגאנען. די פאמפלעטן זענען אויסגעטיילט געווארן אין דעם טאג ווען מען צייכנט אפ אין אמעריקע ״מארטין לוטער קינגס טאג״ צו באעהרן דעם אנדענק פונעם לעגענדארן אקטיוויסט, וועלכער האט געקעמפט פאר די רעכטן פון דער אפריקאנער אמעריקאנער געמיינדע. די פאמפלעטן, וואס זענען ווי עס שיינט פארטיילט געווארן דורך מיטגלידער אין דער העסליכער קו-קלוקס-קלען גרופע, רייסן אראפ מארטין לוטער קינג אלס ״ביליגער שיכור׳ער קאמוניסט״ און גלייכצייטיג טוט עס אויך ״אויפקלערן״ אז אמעריקע ווערט קאנטראלירט דורך א גרופע אידן וועלכע פלאנען א ״עטנישע רייניגונג״ קעגן ווייסע אמעריקאנער. אזעלכע ליפלעטן זענען ליידער לעגאל אונטער דעם אמעריקאנער געזעץ פון פרייהייט פון ווארט, און דעריבער האט די פאליציי גארנישט געקענט טאן דערוועגן.

פאמפלעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל