באנגעלדאש האט געמאלדן אז זי איז געקומען צו אן אפמאך מיט די רעגירונג אין מיאנמאר צו אומקערן אהיים הונדערטער טויזנטער פליטים וועלכע זענען אנטלאפן פון מיאנמער צוליב די בלוטיגע שלאכטן וואס זענען דארט פארגעקומען צווישן די רעגירונג קרעפטן און רעבעלן פון די ראהינגע מוסלעמענער שבטים, די ברוטאלע אקציעס פון די רעגירונג האט געפירט צו א פלייץ פון הונדערטער טויזנטער פאמיליעס וועלכע זענען געלאפן זוכן שוץ אין די דערנעבנדיגע מוסלעמענער לאנד בענגלאדעש.

די אינטערנאציאנאלע געמיינדע לייגט גרויס דרוק אויף מינאמאר איבער די סיטואציע, און דאס לאנד איז באשולדיגט געווארן דורך די פעלקער פאראיין אין דורכפירן א סיסטעמאטישע עטנישע רייניגונג קעגן די ראהינגע שבטים, א באשולדיגונג וועלכע מיאנמער ווארפט אפ און זאגט אז די טראגעדיע איז א רעזולטאט פון די טעראר גרופעס וואס האבן אויסגענוצט די באפעלקערונג זיך צו באהאלטן צווישן זיי און דורפירן אטאקעס.

אצינד געפונען זיך אין בענגלאדעש ארום 650,000 פליטים פון מיאנמאר, און אונטער דעם אפמאך וועלן זיי זיך צוריקקערן ביסלעכווייז קיין מיאנמאר ווי די רעגירונג וועט זיי העלפן זיך ווידער איינגלידערן, אונטער דעם אפמאך וועלן יעדע וואך צוריק אריינגעלאזט ווערן 1,500 פליטים, וואס באדייט אז אין צוויי יאר וועלן זיך אומקערן 156,000. אינטערנאציאנאלע גרופעס זאגן אז דאס איז ווייט פון גענוג און פארלאנגען פון מיאנמאר צו צוריקנעמען אלע 650,000 פליטים און זיי פארגוטיגן.

מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל