א ניי געזעץ וואס די שטאט האט דורכגעפירט פאריגן חודש וועט באשרענקען די רעכטן פון ארעסטאנטן אין טורמעס איבער דער שטאט צו ביכער.

דאס געזעץ וועט באגרעניצן די אינטערנעט-געשעפטן וועלכע מעגן צושטעלן ביכער צו ארעסטאנטן צו בלויז דריי, וואס מיינט, אז מענטשן וואס געפינען זיך אין תפיסה וועלן נישט קענען לייענען נאר די ביכער וואס יענע געשעפטן שלאגן פאָר.

ארגאניזאציעס וואס קעמפן פאר די רעכטן פון ארעסטאנטן האבן שארף אראפגעריסן דאס געזעץ, אנווייזנדיג אז דאס איז נישט קיין יושר'דיגע זאך און איז צוגלייך אויך אן אומזין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל