נאכ'ן שטודירן אידישקייט פאר ארום צוואנציג יאר, האט דער פירער פון אזא גרופע מענטשן אינעם מערב-אפריקאניש לאנד, אייווארי קאוסט, זיך מגייר געווען אינאיינעם מיט אנדערע 47 מענטשן.

אברהם יאַגאָו, א שפראך-פראפעסאר אין ארטיגן אוניווערסיטעט, האט אלס יוגנטליכער זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם "אמת". ער האט שטודירט א צאל רעליגיעס, ביז'ן אנקומען צו יהדות און איינזען, אז "די תורה איז דער אמת."

די גרופע, וואס באשטייט בעיקר פון פראפעסיאנאלן, ווי דאקטוירים, אדוואקאטן, דיפלאמאטן, און פראפעסארן, איז זיך צוזאמקומען ביי א ספעציעלן פלאץ, און אן ארטאדאקסישער בית דין, וואס איז באשטאנען פון רבנים פון ארץ ישראל און די פאראייניגטע שטאטן, האט דורכגעפירט דעם גיור פאר אלע פארזאמעלטע.

זעקס חופות זענען דארט אויך געשטעלט געווארן פאר זעקס פארהייראטע פאמיליעס וואס האט זיך מגייר געווען, און די ארגאניזאציע, 'כולנו', האט געשאנקען דער נייער קהילה א ספר תורה.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל