ניו יארק - הונדערטער איינוואוינער אין פובליק האוזינג אפארטמענטס אין ניו יארק סיטי מאכן דורך די יעצטיגע ביטער-קאלטע ווינטערדיגע טעג אן צו האבן די מינדעסטע הייצונג אין זייערע אפארטמענטס. א ווארטזאגער פאר דער ניו יארק סיטי פובליק האוזינג אגענטור האט נעכטן אין א סטעיטמענט באשטעטיגט פאר די מידיא, אז אלעס אינאיינעם האבן זיי א חשבון פון דרייצן הונדערט פובליק האוזינג אפארטמענטס וואס פארמאגן נישט קיין הייצונג. די פובליק האוזינג אגענטור ווערט אין די לעצטע מאנאטן געפלאגט פון א סעריע סקאנדאלן, אריינגערעכנט דורכפעלער צו אינספעקטן די וואסער-רערן פאר שעדליכער בליי פארפעסטיגונג, און די יעצטיגע אויפדעקונג איבער די הייצונג פראבלעמען איז נאך א רינגעלע אין דער קייט. דער ווארטזאגער האט פארשפראכן אז מ'ארבעט צוריקצושטעלן די הייצונג סערוויס אין אלע אפארטמענטס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל