ניו יארק – אן אינטערעסאנטע געשיכטע איז באקאנט געווארן נעכטן, איבער וויאזוי א קליין אידיש קינד האט באאיינפלוסט פרעזידענט טראמפ יר"ה צו באשטעטיגן די באפרייאונג פון הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו. ווי די געשיכטע ווערט דערציילט דורכ'ן לאיער אלען דערשאוויץ, איז דאס קליין קינד געליגן אין שפיטאל מיט אן ערנסטע מחלה, און די נישט-אידישע "מעיק עי וויש" ארגאניזאציע האט אים געוואלט שענקען א זעלטענעם געשאנק און געאפפערט ביז צען טויזנט דאלאר, אבער ער האט ליבערשט אויסגעוועלט אז ער וויל פרעזידענט טראמפ זאל אים באזוכן, און ווען זיי האבן אים ערקלערט אז זיי קענען עס נישט ערלעדיגן, האט ער געזאגט אז ער וויל כאטש שרייבן א בריוו צום פרעזידענט, און זיי זאלן זיכער מאכן אז ער לייענט עס. אינעם בריוו האט דאס קינד געשריבן א ביטע צום פרעזידענט, צו באפרייען ר' שלום מרדכי, און אינעם פינפטן טאג חנוכה האט עס דער פרעזידענט געלייענט. 3 טעג שפעטער איז ר' שלום מרדכי באפרייט געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל