שפאניע – דאס הויפט קאנסטיטוציאנעלע געריכט אין שפאניע האט געאורטיילט, אז דער ניי-ערוויילטער פירער פון שפאניע'ס קאטאלאניער ראיאן, קארלאס פוזשעמאנט, קען נאר ווערן איינגעשוואוירן אויב ער נעמט אנטייל דערין פערזענליך. פוזשעמאנט געפינט זיך אין בריסל, וואוהין ער איז אנטלאפן נאכדעם וואס זיין פארזוך צו מאכן קאטאלאניע זעלבסטשטענדיג איז דורכגעפאלן. די שפאניער רעגירונג וויל ארעסטירן פוזשעמאנט אויף פארראט קלאגעס, אבער פארט האט ער געוואונען ווידערוויילונג מיט א שטארקייט, ביי די וואלן וואס זענען פארגעקומען עטליכע וואכן צוריק אין קאטאלאניע צו ערוויילן א נייעם לאקאלן פירער. האבן פוזשעמאנט'ס שטיצער געוואלט, אז דאס געריכט זאל ערלויבן אז ער זאל ערשיינען ביים איינשווערונג דורך ווידעא-קאנפערענץ, און אזוי זאל ער אויך פירן די קאטאלאניע רעגירונג, אבער דאס הויפט געריכט אין שפאניע האט געאורטיילט אז, פוזשעמאנט מוז פערזענליך אראפקומען, וואס באדייט אז מ'איז אין א בלאקאדע, ווייל די סעקונדע וואס פוזשעמאנט פרובירט אריינצוקומען קיין קאטאלאניע, ווערט ער ארעסטירט דורך דער שפאנישער רעגירונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל