פארשטייער פון אמעריקע און נאך 20 לענדער וועלן זיך באטייליגן אין אן אינטערנאציאנאלן סאמיט אין ווענקאָווער קאנאדע ווי עס וועט דיסקוטירט ווערן א גלאבאלע סטראטעגיע צו אנטוואפענען נארט קארעא פון אירע נוקלעארע זאפאסן, און אזוי אויך וויאזוי צו בעסער אינפארסירן די שטרענגע סאנקציעס אויף די רעזשים.

די 20 לענדער וועלכע באטייליגן זיך זענען די זעלבע בלאק פון לענדער וועלכע האבן געשטיצט סאוט קארעא אין איר קריג מיט׳ן קאמוניסטישן רעזשים אין די 1950ער יארן. דאס האט געברענגט שטארקע קריטיק פון רוסלאנד וועלכע באטראכט דאס ווי א קאאליציע פון די מערב וועלט וואס שליסט אויס רוסלאנד, כינע און אירע פריינט טראץ וואס זיי האבן געשטיצט די סאנקציעס אינעם פעלקער פאראיין, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט האט רוסלאנד דאס באצייכנט אלס אן אומקער צו די קאלטע קריג יארן.

די סאמיט איז שוין פאררופן געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק באלד נאך די לעצטע נוקלעארע פראבע, אבער זינט דאן האט זיך די סיטואציע בארואיגט און די סאמיט קומט אין א צייט וואס נארט קארעא צייגט סימנים אז זי איז גרייט צו פארהאנדלן, און דאס ווייטער גיין מיט די סאמיט טוט - לויט א סטעיטמענט פון די כינזערע רעגירונג - צייגן אז ״אמעריקע איז אנטשלאסן צו פארארגערן די סיטואציע״ אנשטאט צו ארייננעמען אינעם דיאלאג נאך לענדער וועלכע האבן דיפלאמאטישע פארבינדונג מיט די רעזשים אין נארט קארעא.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל