דער הויפט גענעראל פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע עלי דשאפארי האט היינט דערקלערט אז די שטורמישע פראטעסטן און ראיאטן זענען גענצליך אונטער קאנטראל, און האט אויסגעלויבט זיינע זעלנער וועלכע האבן באוויזן לויט אים צו ״צושטערן א פלאן פון די איראנער פיינט צו אויפהעצן די בירגער קעגן די רעוואלוציע״ ער האט אויך אוועקגעמאכט די גרויסקייט פון די פראטעסטן זאגנדיג אז די צאל פראטעסטירער איבער גאנץ איראן איז נישט אריבער די צאל פון 15,000, און אז ביי די גרעסטע צווישן די פראטעסטן האבן זיך באטייליגט א קארגע 1,500 פראטעסטירער. אבער טראץ זיין דעקלעראציע זענען נאך היינט באריכטעט געווארן פראטעסטן אין א רייע שטעט איבער איראן, און אנאליסטן האלטן אז עס איז נאך ווייט פון פערטיג. אזוי אויך האט די רעזשים פאררופן מאסיווע פרא-רעגירונג ראלי׳ס אין די גרעסערע שטעט צו צייגן אז דאס פאלק שטיצט נאך די רעוואלוציע און דעם איסלאמישן רעזשים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל