וואשינגטאן – די רייכע קאנסערוואטיווע "קאוק" ברידער, וועלכע שטייען אין שפיץ פון די "קאוק נעטווארק", וועלן אויסגעבן צווישן 300 און 400 מיליאן דאלאר, אין לויף פון די קומענדיגע מאנאטן, אין בעפארברייטונג צו די קריטישע מידטוירם וואלן, וואו קאנטראל פון קאנגרעס און סענאט וועט ליגן אויפ'ן וואגשאל. די ציפערן זענען מיט זעכציג פראצענט מער ווי וויפיל די קאוק ברידער האבן אויסגעגעבן אין לויף פון די יאר 2016 פרעזידענט וואלן, וואס דאן זענען זיי בכלל נישט געווען זיכער צי זיי ווילן ארויסהעלפן טראמפ געווינען.

טים פיליפס, א קאנסערוואטיווער אקטיוויסט, זאגט אז ער האט געהערט פון די קאוק ברידער, אז פון די 300-400 מיליאן דאלאר, וועט ארום צוואנציג מיליאן דאלאר אויסגעגעבן ווערן אויף צו פאמפען ביים אמעריקאנער פאלק די פאזיטיווע אפעקטן און בענעפיטן פונעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם געזעץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל