די שטאט האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן די גרעסטע אויל-פירמעס, אריינגערעכנט 'עקסאן מאביל' און 'בי-פּי', פארלאנגענדיג פון זיי צו באצאלן דאס געלט וואס ס'קאסט אפ אפצוהיטן די שטאט קעגן ענווייראמענטאלע קאטאסטראפעס.

די קלאגע זאגט, אז די שטאט האט שוין געליטן שווערע שאדנס, ווי דורך פארפלייצונגען און שטורעמס, וואס זענען געקומען אדאנק די פארפעסטיגונגען אין דער לופטן וואס קומען פון די שעדליכע גאזן וואס די פירמעס פראדוצירן.

די שאדנס, ווי אויך די קאסטן צוצוגרייטן די שטאט צו צוקונפטיגע קאטאסטראפעס, באטרעפן ביליאנען דאלארן, און די אויל-פירמעס "האבן געמאכט ריזיגע רווחים דורכ'ן פארפירן די עפנטליכקייט" וועגן די שאדנס וואס זיי ברענגען, האט מעיאר דעבלאזיא דערקלערט.
בילד: ניו יארק סיטי קלאגט אויל-פירמעס צוליב ענווייראמענטאלע שאדנס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל