ארץ ישראל – א פרישע טראגעדיע האט נעכטן פאסירט אין ארץ ישראל, ווען א חשוב'ער איד, הרב רזיאל שבח הי"ד, איז אומגעקומען אויף א ברוטאלן פארנעם, דורך אן אראבישן טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט א שיסעריי אטאקע.

די אטאקע האט פאסירט אין דער חוות גלעד געגנט אין די אקופירטע געביטן אין מערב ברעג, וואו ר' רזיאל הי"ד האט געדרייווט זיין אויטא, און דער טעראריסט, וואס איז דורכגעפארן אין אן אנדערן קאר, האט ארויסגעשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פון ר' רזיאל'ס קאר.

ר' רזיאל האט נאך עספייעט אליין צו רופן הצלה און אנדערע עמורדזשענסי באאמטע, וועלכע זענען באלד אנגעקומען צו דער סצענע, אבער זיי האבן תיכף געזען ווי ר' רזיאל האט געליטן גאר שווערע וואונדן אויף עטליכע טיילן פונעם קערפער. ער איז עוואקואירט געווארן צום "מאיר" שפיטאל אין כפר סבא, און דארטן איז באשטעטיגט געווארן זיין פריצייטיגע אומקום.

ר' רזיאל הי"ד איז געווען א באקאנטער און חשוב'ער פערזענליכקייט צווישן די אידן אין זיין געגנט, וואס האט געדינט אלס א לאקאלער מוהל און אויך געשטאנען אין שפיץ אנדערע חשוב'ע פאזיציעס. ער איז ליידער אומגעקומען אין אזא יונגן עלטער פון 35 יאר, און ער לאזט איבער 5 יונגע פיצלעך יתומים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל