אסקער פערעז אין א ווענעזועלער אקטיאר און אקטיוויסט וועלכער האט זיך באקאנט געמאכט נאכדעם וואס ער האט פאריגן יוני פארכאפט א פאליצייאישע העליקאפטער און דערמיט אטאקירט רעגירונג געביידעס, און זינט דאן איז ער באצייכנט געווארן דורך דעם רעזשים אלס טעראריסט און מערסט געזוכטע מאן אין לאנד, אבער אין די אויגן פון די אפאזיציע ווערט ער באטראכט ווי א העלד. נעכטן איז די מיליטער געקומען אויף זיינע שפורן און פאליצייאישע קרעפטן האבן ארומגערינגלט די פלאץ ווי ער האט זיך אויסבאהאלטן מיט נאך 5 פון זיינע פריינט וועלכע זענען אנטי-רעגירונג קרעפטן, פאליציי האט באלד געעפנט פייער, און פערעז האט רעקארדיט די גאנצע פייער אויסטויש אויף א ווידיא וואס מען האט געקענט מיטהאלטן לעבעדיג אויף טוויטער, שאפנדיג א מאסיווע דראמא, ער האט דערביי געזאגט ״זיי ווילן אונז נישט לעבעדיג, זיי בעטן אונז נישט זיך צו אונטערגעבן, זיי זענען דא אונז צו אומברענגען״ און דאן האט מען געקענט זען ווי ער איז אונטער פייער, און האט נאך אוספייעט צו ארויסמורמלען די ווערטער ״פרייהייט פאר ווענעזועלע״ פאר ער איז געפאלן א טויטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל