בודאפעסט – א ספעציעלע ראלי וואס האט געזאלט פארקומען אין בודאפעסט שבת – ווען עס ווערט אפגעצייכנט דער אלגעמיינער "אינטערנאציאנאלער האלאקאוסט געדענקמאל טאג" – צו באעהרן א פרא-היטלעריסטישן פיגור, איז אפגעשאפן געווארן, נאכדעם וואס אידישע גרופעס האבן זיך באקלאגט איבער דעם. דער פארשוין וועם מ'האט געזאלט באעהרן ביי די ראלי, איז מיקלאש האורטי, וועלכער איז געווען אונגארן'ס פרעזידענט כמעט פונעם ענדע פון דער ערשטער וועלט קריג ביז נאך דער צווייטער וועלט קריג. האורטי איז געווען באקאנט אלס וויסטער אנטיסעמיט און אליאירטער פון דעם היטלעריסטישן רעזשים, וועלכער האט אונטערגעשריבן העסליכע אנטיסעמיטישע געזעצן אין די יארן פון 938' און 939', און וועלכער האט געהאט א דירעקטן אויפזיכט אויפ'ן מארד פון פופציג טויזנט אונגארישע אידן ביים צווייטן וועלט קריג.

בילד: פרא-היטלער  ראלי אפגעשאפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל