דאס פארשוואונדונג פון דעם מאלאזיער פליגער 370 איז פארבליבן איינע פון די מיסטעריעס אין די היסטאריע פון אוויאציע זינט זי איז פארשוואונדען געווארן פון די ראדארן אום מערץ 8 2014, אויף א רייזע פון מאלאזיע קיין בעידשינג אינאיינעם מיט אירע 285 פאסאדשירן, א מאסיווע זוך אקציע פון איבער א יאר דורך מיליטערישע איינהייטן פון אויסטראליע און כינע האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן, און מען האט אפיציעל אויפגעגעבן האפענונג.

אצינד האט אבער אן אמעריקאנער פירמע ״אינפיניטי״ האט אנגענומען א ריזיקאלישע קאנטראקט מיט די רעגירונג פון מאלאזיע, נעמליך אז זיי קריגן 70 מיליאן דאלער אויב זיי באווייזן צו לעזן די מיסטעריע ביז 3 מאנאטן, און אויב טרעפן זיי נישט דאן באקומען זיי גארנישט, די פירמע זאגט אז זיי זענען איבערצייגט נאך א גרונטליכע שטודיע אז זיי האבן א 85% שאנס צו טרעפן די שווארצע קעסטלעך פונעם פליגער און וויכטיגע ברוכטיילן אין א שטח פון ארום 10,000 סקווער מייל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל