פוילן – די ערד אויף וועלכע דער ווארשעווער געטא שטייט וועט מעגליך ווערן דעזיגנירט אלס אן ארכעאלאגיש באשיצט ארט, וואס צילט צו באשיצן די פארשידענע היסטארישע איבערבלייבענישן אין די קעלערן און טונעלן וואס לויפן אונטער'ן אמאליגן געטא. דער נייער איניצאטיוו איז אונטערגענומען געווארן דורכ'ן "ווארשעווער מאנומענט קאנסערוואטאר", וועלכער האט זיך געטראפן מיט פארשטייער פון פארשידענע אידישע און היסטאריע גרופעס אין פוילן, אריינגערעכנט דעם אידישן "פוילן מוזעאום", צו דיסקוסירן די מעגליכקייט פון דעזיגנירן די ערד אונטער'ן ווארשעווער געטא אלס אן ארכעאלאגיש ארט, וואס וועט באדייטן אז יעדעס מאל ווען מ'פירט דורך גראבונגען פאר קאנסטרוקציע אדער איבערבוי אין די גרעניצן פונעם אמאליגן געטא, וועט מען זיין געצוואונגען צו האבן ארכעאלאגן און עקספערטן אויפ'ן ארט, וועלכע וועלן פארזיכערן אז סיי וועלכע היסטארישע ארטיקלען מען טרעפט ווערט פרעזערווירט און איבערגעגעבן פאר מוזעאומס, אנשטאט אוועקגעווארפן, ווי ס'פלעגט זיין ביז היינט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל