א מוניציפאלע געריכט אין דער שפאנישער שטאט אָואוויעדאָו האט אפגעווארפן א באיקאט קעגן מדינת ישראל פאררופן דורך דער שטאטישער רעגירונג.

די שטאט האט פריער אדאפטירט א געזעץ, וואס פארווערט די שטאט צו טאן ביזנעס מיט מדינת ישראל געשעפטן, אינסטיטוציעס, און ארגאניזאציעס. דאס געריכט האט דאס אפגעווארפן און באצייכנט דאס געזעץ אלס "דיסקרימינאציע".

דער אורטייל קומט מיט א קורצער צייט נאך דעם וואס אן אנדער געריכט, אין בארצעלאנא, האט ארויסגעטראגן אן ענליכן אורטייל קעגן אן אנדערער שפאנישער שטאט וואס האט דערקלערט א באיקאט קעגן מדינת ישראל.

.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל