די צאל הייזער וואס די באנק קאנפיסקירט פון די אייגנטימער האט אין 17' דערגרייכט הויכע ציפערן, און שטייט אויפ'ן זעלבן שטאפל ווי אין 09', ווען דער ריעל-עסטעיט מארקעט האט געהאלטן נאכ'ן קראך.

די בענק האבן דורכאויס 17' פארכאפט 3,306 הייזער איבער דער שטאט, וואס איז נישט קיין סך ווייניגער פון די 3,360 הייזער וואס בענק האבן פארקלאוזט אין 09', נאכ'ן דער קראך אינעם פינאנציעלן מארקעט.

די גרעסטע העכערונג איז געווען אין סטעטן איילאנד, וואו די צאל פארקלאוזשורס איז געשטיגן מיט 134 פראצענט פון א יאר פריער. דערנאך קומט ברוקלין, וואו די גרעסטע צאל פארקלאוזשורס זענען געווען אין די געגנטן פון קאנארסי און איסט ניו יארק.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל