וואשינגטאן - די פעדעראלע רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט פונדאסניי אנהייבן אינפארסירן אלע געזעצן קעגן די פארשפרייטע און אומשעדליכע מאריכואנא דראג, מיט דער פולסטער הארבקייט. דער דראג איז שוין לעגאל אין זעקס סטעיטס, אריינגערעכנט קאליפארניע, וואו ס'איז נארוואס געווארן לעגאל, נאכדעם וואס דאקטוירים האבן איינגעזען אז ס'העלפט לינדערן שמערצן פון כראניש-קראנקע פאציענטן. די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהאט לויז געמאכט די אינפארסירונג פון פעדעראלע געזעצן קעגן מאריכואנא, איינזעענדיג אז מער און מער סטעיטס הייבן עס אן צו מאכן לעגאל, אבער יעצט וועט די טראמפ אדמיניסטראציע פריש אנהייבן אינפארסירן די געזעצן, וואס וועט ברענגען קאמפליקאציעס און אנגעצויגנקייט אין די סטעיטס וואו עס איז יא לעגאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל