אין א געשפרעך מיט דער מדינת-ישראל פרעסע, האט די עסטרייכישע אויסערן מיניסטארשע שארף אפגעלייקנט פריערדיגע באריכטן, אז זי זאל אין דער פארגאנגענהייט האבן צוגעשטעלט ציוניזם צו נאציזם.

קאַרין קנייסל, וועלכע איז אויפגענומען געווארן אויף דעם אמט דורך דער יעצטיגער שארף-רעכטער רעגירונג, טענה'ט אז אירע דעמאלטיגע באמערקונגען, אז הערצל איז געווארן נשפע פון די נאציאנאלע ווינטן וואס האבן דעמאלט געבלאזן איבער אייראפע, זענען שלעכט פארטייטשט געווארן.

אין זעלבן געשפרעך האט קנייסל זיך אנטזאגט פון אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, און צוגלייך קריטיקירט דאס בויען אזויגערופענע 'התנחליות' אין יהודה און שומרון.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל