נעוואדא – אין לאס וועגאס, נעוואדא קומט אין די יעצטיגע טעג פאר די גרויסע יערליכע "קאנסומער עלעקטראניקס שאו" פארשטעלונג, וואו גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס שטעלן ארויס זייער סאמע לעצטיגע און מערסט-פארגעשריטענע עלעקטראנישע מאשינקעס און טעכנאלאגישע ערפינדונגען – און די יערליכע פארשטעלונג דינט אלס א פאראויסזאגער פאר'ן נאכפאלגנדן יאר, איבער וועלכע נייע טעכנאלאגיעס עס וועלן אלס אויפקומען. אינעם סאמע ערשטן טאג פון דער היי יאריגער אויסשטעלונג, האט פאסירט א מאסיווער קורצשלוס, וועלכע האט אפעקטירט די גאנצע גרויסע קאנווענשאן געביידע, איבערלאזנדיג דאס גאנצע ארט אין פינסטערניש. די גרויסע טעכנאלאגישע מייסטערקעפ זענען געשטאנען הילפסלאז, פארשטייענדיג די איראָניע פון א קורצשלוס ביי אן עלעקטראניקס פארשטעלונג. מען האט געדארפט צוקומען צום "אלטמאדישן" עלעקטרישאן עס צו פאררעכטן...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל