אקלעהאמע – דער קערפער פון פינף ארבעטער זענען נעכטן אפגעפונען געווארן, נאכדעם וואס א מאסיווער אויפרייס און פייער האט פאסירט ביי אן אויל קוואל וואס די ארבעטער האבן געהאלטן אינמיטן גראבן. דאס פייער האט פאסירט מאנטאג, ווען די ארבעטער האבן געגראבן אויף א בארג אין קווינטאן, אקלעהאמע, און פלוצלינג האט א פייער אויסגעבראכן ווען כעמיקאלן זענען געקומען אין באריר מיט מאשינערי, און דאס האט געפירט צו א מאסיוון אויפרייס. דאס פייער האט געברענט ענדלאז פאר לאנגע שטונדן, ווערנדיג געפיטערט מיט ברענשטאף פון די נאטורליכע אונטערערדישע אויל פונעם נארוואס-געגראבענעם קוואל, און דאס האט אפגעהאלטן סיי וועלכע רעטונגס פרואוון פון די ארבעטער, וואס זענען געווען פארכאפט ביים ארט פונעם אויפרייס. זייער טויט איז באשטעטיגט געווארן נעכטן נאכ'ן אפגעפונען די קערפער.

בילד:  אויל אויפרייס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל