באגדאד – דער איראקער פרעמיער מיניסטער, היידאר על אבאדי, האט אונטערגענומען א קאמפיין אפצושוואכן די איראנער-געשטיצטע באוואפנטע גרופעס וועלכע זענען אקטיוו אין לאנד. די פארשידענע גרופעס זענען אריינגעשיקט געווארן דורך דער איראנער רעגירונג קיין איראק, צו העלפן דאס איראקער מיליטער קעמפן קעגן אייסיס, און די גרופעס זענען שטארק צונוצגעקומען. אבער אצינד איז די איראקער רעגירונג אונטער דרוק פון אמעריקע און אנדערע אליאירטע לענדער, מער נישט צו לאזן די איראנער באוואפנטע גרופעס האבן אזויפיל מאכט און אזויפיל וואפנס, ווייל דאס פארשטארקערט איראן'ס איינפלוס אינעם גאנצן ראיאן.

אבאדי איז היפש הילפסלאז, ווייל די איראנער גרופעס זענען פאפולער אין לאנד, אבער ער פארשפרעכט זיי אפצושוואכן אין דער נאענטער צוקונפט.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל