וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט אראפצונעמען אלע באגרעניצונגען פון אויל גראבונגען אין אמעריקאנער וואסערן, און פון יעצט און ווייטער וועלן אויל-פירמעס קענען באקומען גאר גרינג פערמיטן פאר די סארט גראבונגען - א שריט וואס די פעדעראלע רעגירונג זאגט אז ס׳וועט העלפן די עקאנאמיע, מיט פרישע דזשאבס און אמעריקאנער אויל. די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהאט בלאקירט פילע פון די סארט גראבונגען, באזירט אויף זארגן פון דער אמעריקאנער נעווי און פון דער פיש-כאפער אינדוסטריע, אבער אבאמא האט יא צייטווייליג באטראכט צו ערלויבן גראבונגען אין די ארקטיק וואסערן. אצינד איז דאס אלעס בטל און מ׳קען גראבן פאר אויל אין אלע אמעריקאנער ימ׳ען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל