קראונהייטס – א באוואפנטער רויבער האט געצילט אמווייניגסטנס דריי חסידישע אידן אין קראונהייטס, אין לויף פון די לעצטע פאר וואכן, און די ניו יארק סיטי פאליציי "האס פארברעכן טעסק פארס" האט אונטערגענומען אן אויספארשונג איבער דעם. דער באוואפנטער רויבער האט דורכגעפירט זיין ערשטע רויבעריי אום דאנערשטאג בא 10:30 אינדערפרי, ביים ווינקל פון קעראל סטריט און אלבאני עוועניו, און ער האט געפאכעט אויפ'ן איד מיט א מעסער, שרייענדיג אז יענער זאל אים אהינגעבן דאס געלט. דער איד האט באוויזן צו אנטלויפן אומבאשעדיגט, איבערלאזנדיג דעם רויבער מיט ליידיגע הענט, און דער רויבער האט א טאג שפעטער נאכאמאל פרובירט א רויבעריי. זיין לעצטע רויבעריי איז געווען זונטאג בשלח, און ער איז דאן אנטלאפן מיט ליידיגע הענט. די פאליציי פארשן צי דער רויבער האט געהאט אנטיסעמיטישע מאטיוון אונטער די רויבערייען, און זיי זוכן אים צו אידענטיפיצירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל