א בארימטע פסיכאלאג און פסיכאטריסטקע דר. בענדי לי האט באשטעטיגט א באריכט אין פאליטיקא איבער געהיימע זיצונגען וואס זי האט אפגעהאלטן אין קאנגרעס מיט די באטייליגונג פון צענדליגע קאנגרעסלייט און סענאטארן צו באהאנדלן די פראגע אויב דער פרעזידענט איז גייסטישע סטאביל און צוגעפאסט צו מאכן ראציאנאלע באשלוסן, זי האט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן פונעם זיצונג, אבער באשטעטיגט אז עס האבן זיך באטייליגט דארט געזעצגעבער פון ביידע פארטייען. ״עס זענען דא שטארקע אנדייטונגען אז דער פרעזידענט ליידט פון גייסטישע פראבלעמען, און אז עס ווערט ארגער, די געזעצגעבער ווילן וויסן אויב דאס קען שטעלן א געפאר פאר׳ן לאנד״ זי האט אבער זיך אנטזאגט צו אנגעבן וואס די באשלוס איז געווען. די ווייסע הויז פרעסע סעקערטארין האט אנגערופן דעם באריכט א שאנדע און פארדאמט די דאקטארקע פאר׳ן לופטערן די אינפארמאציע, וועלכע איז נישט אויסגעהאלטן לויט די פארשריפן פון מעדיצינישע עטיקס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל