נישט בלויז אין אמעריקע ספראוועט מען זיך מיט א ברוטאלן און שווערן ווינטער, נאר אויך אין די קאלטע רוסלאנד טוט דער יעצטיגער ווינטער סעזאן ברעכן רעקארדס, און צום ערשטן מאל אין רעקארדירטע היסטאריע האט די שטאט מאסקווע געהאט דורכאויס דעם גאנצן מאנאט פון דעצעמבער בלויז קארגע ״זעקס מינוט״ פון זון–ליכט, די איבעריגע צייט איז אדער געווען גענצליך טונקל, און דורכאויס די קורצע טעג איז די גאנצע צייט געווען פארוואלקנט, אדער עס האט געשנייט. דאס איז דראסטיש ווייניגער פון א נארמאלן יאר ווען די שטאט באקומט א דורכשניט פון צענדליגער שעות זון, אפילו אין די שווערע ווינטערס, און דער לעצטער רעקארד איז געווען אין יאר 00', ווען די שטאט האט באקומען בלויז דריי שטונדן. אויך זענען די טעמפארעטורן אין פילע געגענטער אין רוסלאנד אראפ צו רעקארד נידריגע ציפערן, און אין געוויסע געגנטער אין סיביר איז די קעלט אנגעקומען צו מינוס 60 גראד. אין מאסקווע איז דעם חודש געווען א דורכשניט פון מינוס 7.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל