שווייץ – נעכטן אווענט איז פרעזידענט טראמפ ארויסגעפארן פון אמעריקע, און האט אפגערייזט קיין שווייץ, וואו ער וועט זיך באטייליגן ביים יערליכן "דאוואס גלאבאלע עקאנאמישע פארום", וואו ער וועט זיך טרעפן מיט עטליכע וועלט פירער און איינפלוסרייכע ביזנעסלייט און פיגורן פון איבער דער וועלט. דער דאוואס פארום איז אן ארט וואו עס קומען זיך יערליך צוזאם די סאמע עליטסטע ביליאנערן און וועלט פירער, צו דיסקוסירן עקאנאמישע אישוס, און יעצט איז טראמפ'ס ערשטע מאל וואס ער וועט אנטיילנעמען ביי א דאוואס זיצונג. ער וועט געבן די שליסונג-רעדע, וואו ער וועט איינלאדענען אנדערע לענדער צו אינוועסטירן אין אמעריקע, יעצט אז דער שטייער סיסטעם איז געמאכט געווארן מער יושר'דיג מיט'ן שטייער רעפארם געזעץ.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל