וואשינגטאן – פעדעראלע געריכט דאקומענטן צייגן, אז א פארשוין וועלכער האט ארויסגעכאפט הונדערטער טויזנטער האקעלע רעגירונג דאקומענטן פון די ען-עס-עי, גייט זיך דערקלערן שולדיג אויף דעם פארברעך. די רעדע איז פון העראלד מארטין, א געוועזענער ען-עס-עי איינגעשטעלטער, וועלכער איז מיט א יאר צוריק ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס ען-עס-עי אויספארשער זענען דערגאנגען אז ער האט ארויסגענומען פון רעגירונג קאמפיוטערס הויפענעס האקעלע דאקומענטן און דאס אהיימגעטראגן. מארטין האט נישט פארקויפט די דאקומענטן פאר העקערס אדער פאר אויסלענדישע רעגירונגען, אבער דאך ווערט ער אנגעקלאגט פאר'ן רויבן רעגירונג דאקומענטן, וואס דערפאר ווארט אים 10 יאר טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל