פארטייערטע שטאטישע געגנטן אין ברוקלין, בראנקס, און לאנג איילאנד, זענען שוין ווי עס שיינט אנגעקומען צום קלימאקס, און אינוועסטארס לאזן זיך שטילערהייט אריין אין נייע ערטער, וועלכע זיי האפן צו אנטוויקלען מיט הייזער און דירות געווידמעט פאר די, וועלכע קענען זיך שוין נישט דערלויבן די הויכע פרייזן פון וויליאמסבורג, לאנג איילאנד סיטי, בעדפארד סטייוועסענס, און בושוויק.

אנאליסטן האבן באמערקט א רעדוקציע אין ריעל עסטעיט טעטיגקייטן אין די דערמאנטע ערטער, וועלכע זענען אין די לעצטע יארן גענצליך טראנספארמירט געווארן פון פשוט'ע, אדער גאר נאכגעלאזטע ערטער, צו טייערע, סאפיסטיקירטע געגנטן. פון דער אנדערער זייט, באמערקט זיך אן אויפשטייג אין קויף-פארקויף און פערמיט-אפליקאציעס פאר נייע דעוועלאופמענטס אין אזעלכע ערטער ווי איסט ניו יארק אין ברוקלין, פאַר ראַקעוועי און ריגאָו פּאַרק אין קווינס, ווי אויך עטליכע ראיאן אין דרום בראנקס.

די סיבות צום אויפקומענדן שוואונג אין די ערטער איז צום פארדאנקען די הויכע פרייזן פון עקזיסטירנדע אנטוויקלטע געגנטן פון איין זייט, און א שארפע רעדוקציע אין פארברעכנס און געוואלדטאטן אין די ניי-אויפקומענדע געגנטן פון דער אנדערער זייט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל