לאס אנדזשעלעס – עס איז שוין כמעט א יאר אריבער זינט לאס אנדזשעלעס איינוואוינער האבן געזען סיי וועלכע עכטע רעגן, און קוים שניי איז געפאלן אין דעם סיערע בערג ראיאן אין קאליפארניע, וואס די פאקטן ברענגען א זארג אז קאליפארניע איז ווידער אויפ'ן וועג צו אנטוויקלען אן ערנסטע טרוקעניש – אבער וואסער עקספערטן אין דער סטעיט זאגן אז עס איז נאך צו פרי זיך צו זארגן. עס איז קלאר אז די ערד אין קאליפארניע איז זייער טרוקן אין די לעצטערע מאנאטן, וואס דאס האט מען געזען ביי די היסטארישע פייערן וועלכע האבן פארצוקט טיילן פון צפון פון דער סטעיט מיט עטליכע וואכן צוריק, אבער דערווייל זענען נישטא קיין עכטע זארגן אז מען וועט זיך צוריקקערן צום שרעקליכן טרוקעניש וואס האט געהערשט אין די סטעיט ביז מיט 2 יאר צוריק, ווען וואסער צום טרונקען און אנדערע באנוץ האבן געדארפט ווערן רעגולירט און געצוימט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל