קאליפארניע - ריעל עסטעיט סוחרים האבן אין די לעצטע טעג מער און מער אנגעהויבן אקצעפטירן ביטקוין אלס א וועג פון מאכן ביזנעס. לויט דער ״רעדפין״ ריעל עסטעיט פירמע, זענען פארלאפענעם דעצעמבער געווען העכער 75 פראפערטיס אין אמעריקע צום פארקויפן, וואס די פארקויפער האבן אקצעפטירט ביטקוינס. די מערסטע פראפערטיס וואס שטייען צום פארקויפן און מ׳קען באצאלן דערפאר מיט ביטקוין, זענען אין סאוט פלארידע און קאליפארניע. עקספערטן זאגן אבער אז מיט די וואקלענישן ארום ביטקוין אין די לעצטע וואכן, ווען עס האט פארלוירן גאר גרויסע פראצענטן פון איר ווערד, איז דערווארט אז ריעל עסטעיט סוחרים זאלן זיין מער פארזיכטיג ביים טאן ביזנעס מיט ביטקוינס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל