די פיליאלע פון אייסיס אין מערב אפריקע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע פאריגן אקטאבער אויף אמעריקאנער קרעפטן אינעם אפריקאנער לענדל ניידזשער, אין וועלכע עס זענען אומגעקומען 4 מיטגלידער אין אן איינהייט פון ספעציעלע קרעפטן, וועלכע זענען א טייל פון א מיסיע פון 800 אמעריקאנער טרופן וואס געפינען זיך דארט, א מיסיע וואס איז געווען פארהעלטנסמעסיג אומבאקאנט בעפאר דער אטאקע. די באריכטן איבער דער אטאקע האבן געוואוסט אז די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך עטליכע צענדליגע איסלאמיסטן, אבער יעצט האט דער פירער פון אייסיס אין מערב אפריקע אדנאן אל-שאראווי גענומען עפנטליך פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל