עטליכע יעצטיגע און געוועזענע אנגעשטעלטע אין 'דעלטא' עירליין האבן אריינגעטראגן אן אנקלאגע קעגן דער פלי-געזעלשאפט מיט א טענה אז יענע דיסקרימינירן קעגן אידן און פאסאזשירן וואס פליען קיין ארץ ישראל.

די פיר, וואס האבן געדינט אלס מאנשאפט אויף דעלטא-פליגערס פון-און-צו ניו יארק-תל אביב זאגן, אז זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו דיסקרימינאטיווע באהאנדלונגען, וואס האט זיי געצילט אלס "אידן און ישראלים".

צווישן אנדערן באשולדיגט די אנקלאגע, אז דעלטא שטעלט זיך נישט געהעריג צו צו די געברויכן פון אידן, אריינגערעכנט דאס לאזן זיי געהעריג דאווענען און צושטעלן כשר-עסן.

א דעלטא-ווארטזאגער האט קאטעגאריש אפגעלייקנט די באשולדיגונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל