מיסיסיפי – אן אומזיסטיגער טעראר שרעק איז אנטשטאנען אין דזשעקסאן, מיסיסיפי, ווען א מאטאריסט האט געוואלט איבערטרעטן עטליכע פאליציי אפיצירן. דער אינצידענט האט פאסירט ווען פאליציי אפיצירן האבן אפגעשטעלט א ווילדן מאטאריסט, נאכדעם וואס יענער איז געפארן אזוי ווילד, אז ס'האט געצוואונגען א קאר פארנט פון איר אראפצופארן פונעם שאסיי און ארויפפליען אויף די זייטיגע גראז. בשעת'ן האנדלען מיט'ן ווילדן מאטאריסט נאכ'ן איר אפשטעלן, האט יענער אנגעצונדן איר קאר און זיך גענומען פליען מיט א ווילדקייט אין ריכטונג פון די פאליציי אפיצירן, וועלנדיג זיי איבערטרעטן, וואס האט געברענגט א פחד אז דא האנדלט זיך פון א טעראר אטאקע, און די פאליציי האט געשאסן און אומגעברענגט דעם דרייווער. אבער שפעטער האט די פאליציי געזאגט אז דער דרייווער איז ווארשיינליך געווען אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל, און עס איז נישט קיין טעראר-פארבינדעטע אינצידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל