קאירא – דער עגיפטישער פרעזידענט אבדעל פאטאח על-סיסי האט אונטערגענומען א נישט-אזא-שטילן קאמפיין, זיכער צו מאכן אז ער וועט געווינען ווידערוויילונג ביי די פרעזידענט וואלן וואס גייען אפגעהאלטן ווערן אין געציילטע מאנאטן ארום. מען האט נעכטן געהערט אז דער באקאנטער עגיפטישער יומען רייטס לאיער, קאלעד אלי, וועלכער האט געהאט געמאלדן אז ער גייט לויפן פאר פרעזידענט, האט זיך למעשה ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט, זאגנדיג אז זיינע שטיצער זענען גע'רודפ'ט געווארן דורך דעם על-סיסי רעזשים, און אז די וואלן גייען נישט זיין יושר'דיג. אלי'ס ארויסציאונג איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס א צווייטער קאנדידאט, סאמי אנאן, געוועזענער מיליטערישער פיגור, איז ארעסטירט געווארן געציילטע שעה נאכ'ן מעלדן זיין קאנדידאטור.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל