שיקאגא – פון א שטודיע וואס א מעדיצינישע גרופע האט ארויסגעגעבן, ווייזט זיך ארויס אז די הויט קענסער פעלער ל"ע זענען געפאלן אינעם צפון-מזרח ראיאן פון אמעריקע אין 17', אבער ס'איז ליידער געשטיגן אין אנדערע ראיאנען אין אמעריקע. די שטודיע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די "מעלאנאומע פאונדעישאן אוו ניו ענגלאנד", וועלכע איז שטארק אקטיוו מיט פראגראמען צו פארמיידן הויט קענסער. 2 יאר צוריק האט די גרופע אנגעהויבן א פראגראם וואס פינאנצירט דאס ארויסשטעלן סאנסקרין דיספענסערס אין עפנטליכע ערטער אין באסטאן און אין אנדערע גרויסע שטעט אינעם ניו ענגלאנד ראיאן. קוקנדיג אויפ'ן גאנצן לאנד זענען די הויט קענסער פעלער ליידער געשטיגן אין די לעצטע 20 יאר. די אמעריקען קענסער סאסייעטי שאצט אז אין 17' אליין האט מען געהאט 76,000 הויט קענסער פעלער. ה"י.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל