א דאקומענט וואס איז נעכטן ארויסגערינען צו די פרעסע צייגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אדאפטירט א פלאן צו אויפלעזן אבאמא-קעיר שטאפלווייז, דער דאקומענט וועלכע איז צוגעשיקט געווארן פון ווייסן הויז צו קאנסערוואטיווע געזעצגעבער און איז פרעזענטירט געווארן צו געזעצגעבער אין די צייט וואס עס איז אנגעגאנגען פארהאנדלונגען צו דורכפירן אן אפשטימונג אין קאנגרעס צו אנולירן אבאמא-קעיר, די דאקומענט לייגט ארויס צען שטאפלן וועלכע די אדמיניסטראציע קען אויסנוצן איר מאכט און טוישן רעגולאציעס דורך עקזעקיוטיווע דעקרעטן פונעם פרעזידענט וועלכע וועלן צוביסלעך פונדערנעמען דעם פראגראם.

די שטאפלן נעמען אריין דאס איינצוימען די צייט ווען מען קען זיך איינשרייבן אינעם פראגראם, שענקן מער רעכטן פאר שטאַטן און פאר אינשורענס פירמעס צו טוישן די פארשריפטן פון אבאמא-קעיר, און נאך פונקטן וואס אלעס אינאיינעם לאזט איבער דעם פראגראם פארקריפלט און נוצלאז. דעמאקראטן האבן שטארק קריטיקירט דעם דאקומענט און זאגן אז דאס צייכט אז דער פרעזידענט נוצט זיין עקזעקיוטיווע מאכט צו טוישן דאס געזעץ, דער דאמאקראטישער סענאטאר באב קעיסי האט באצייכנט דעם פלאן אלס ״סאבאטאזש״ און געזאגט אז דאס גייט קעגן די קאנסטיטוציע וועלכע שענקט די רעכט פאר די לעגיסלאטיווע פליגל פונעם רעגירונג צו שרייבן דאס געזעץ פון לאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל