פארטא ריקא – עס איז שוין נאענט צו דריי מאנאטן זינט האריקעין מאריא האט באטראפן דעם אמעריקאנער אינזל פארטא ריקא, און די ערהוילונג און ווידעראויפבוי גייט זייער לאנגזאם. לאקאלע באאמטע באשולדיגן די פעדעראלע רעגירונג אין נישט צושטעלן גענוג הילף, אבער א זשורנאליסט פון די "על נועווא דיא", וועלכע איז די גרעסטע צייטונג אין פארטא ריקא, האט געטראפן א צווייטן וועמען צו באשולדיגן, נעמליך: דעם איד.

די זשורנאליסטקע האט אומפארשעמטערהייט פובליצירט א לענגערן עדיטאריעל, אין וועלכע זי באקלאגט זיך מיט'ן שרייענדיגן קעפל "וואס וויל דער איד פון דער קאלאניע?", און אינעווייניג שרייבט זי אז "עווענטועל טוט קאנגרעס וואס 'דער איד' וויל. מען זעט אז זי ווייסט וואספארא העסליכע ווערטער זי שרייבט, און וועגן דעם ענדיגט זי צו איר עדיטאריעל מיט'ן נאכברענגען וואס דער ציוניסטישער "מעריב" האט געשריבן מיט 20 יאר צוריק, אז אידן דארפן זיין שטאלץ ווען מ'באשולדיגט אז זיי קאנטראלירן די וועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל