פלארידע – נעכטן זונטאג האט פרעזידענט טראמפ זיך אראפגעזעצט פאר א פריוואטע זיצונג מיט'ן פלארידע גאווערנאר ריק סקאט, וואס האט געברענגט שפעקולאציעס אז טראמפ וויל נעמען סקאט פאר א פעדעראלן אמט, אדער אים פאראויסשטופן צו לויפן פאר סענאט. גאווערנאר סקאט גייט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג קומענדיגן יאר, און עס קומט פאר א היציגער פארמעסט, וואו די דעמאקראטן פרובירן צוריקצוכאפן דעם גאווערנאר זיץ, אבער טראמפ האט שוין ארויסגעשטעלט זיין שטארקע שטיצע פאר'ן רעפובליקאנער גאווערנאר קאנדידאט ראן דעסאנטיס. אצינד ווילן די רעפובליקאנער און פרעזידענט טראמפ אז סקאט זאל זיך ארויסשטעלן אלס א סענאט קאנדידאט, צו לויפן קעגן דעם דעמאקראטישן פלארידע סענאטאר ביל נעלסאן, וועלכער איז דער איינציגסטער הויכראנגיקער ערוויילטער דעמאקראט אין פלארידע.

בילד: טראמפ מיט פלארידע גאווערנאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל