קאירא – די עגיפטישע רעגירונג'ס וואל קאמיסיע האט נעכטן געמאלדן, אז ס'איז באשטעטיגט געווארן אז היי יאר וועלן פארקומען פרעזידענט וואלן אין לאנד, און די וואלן וועלן אפגעהאלטן ווערן פון מערץ 26 ביז מערץ 28, און דערנאך א ראנאף צווישן די צוויי שטערקסטע קאנדידאטן אין אפריל. דער אמטירנדער פרעזידענט על סיסי האט דערווייל נאכנישט געמאלדן אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג, אבער עס איז דערווארט אז ער וועט לויפן, און ער וועט זיכער געווינען, וויבאלד על סיסי איז ווייט פון א דעמאקראטישער פירער, און מען דערווארט נישט קיין ערנסטע אפאזיציע פיגורן צו לויפן, איין ביישפיל איז דער "יומען רייטס" פיגור קאליד אלי, וועלכער האט שוין געזאגט אז ער וויל לויפן, אבער ער איז געפלאגט פון לעכערליכע קלאגעס וואס די על סיסי רעגירונג האט ארויסגעשטעלט קעגן אים.

בילד: עגיפטן וועט אפהאלטן  פרעזידענט וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל