וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאזט הערן אז ער וועט שטארק מעגליך אפזאגן א פארלאנג צו ווערן פערזענליך אינטערוויואירט און אויסגעפארשט דורך ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. דערמיט האט טראמפ צוריקגעצויגן פון א פארשפרעכונג וואס ער האט געמאכט פאראיאר, ווען ער האט געזאגט אז ער האט נישט די מינדעסטע פראבלעם צו זיצן מיט מוללער און רעדן אונטער שבועה צו אים. "איך וועל רעדן צו מיינע לויערס" האט טראמפ געזאגט פאר רעפארטערס אינעם "איסט רום" אין ווייסן הויז, ביי א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט'ן נארוועגישן פרעמיער מיניסטער ערנא סאלבערג, צולייגנדיג "מיר וועלן זען וואס עס וועט געשען". טראמפ האט אויך ווידערהוילט אז די אויספארשונג גייט שוין אן 11 מאנאטן, און דערווייל זעט מען נישט קיין שום באווייזן איבער סיי וועלכן אומלעגאלן אקט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל