עס איז היינט באריכטעט געווארן אין די פרעסע אז דער נייער עף-בי-איי דירעקטאר קריס רעי האט געסטראשעט מיט רעזיגאנציע נאכדעם וואס דער אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס האט געלייגט אויף אים דרוק צו אפזאגן זיין דעפיוטי ענדרו מקעיבי וועלכער איז שוין סיי ווי אויפ׳ן וועג ארויס. מקעיבי ווערט שטארק אראפגעריסן דורך פרעזידענט טראמפ און זיין באזע צוליב זיין האנדלונג פון די קלינטאן אימעיל קעיס, ספעציעל נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אנטי-טראמפ מעסעדש אויסטוישן צווישן עף-בי-איי אגענטן וועלכע זענען געווען באאויפטראגט איבער די קלינטאן קעיס.

פרעזידענט טראמפ האט עטליכע מאל עפנטליך פארלאנגט אויף טוויטער פון מקעיבי צו רעזיגנירן, און האט אים אים באשולדיגט אין דינען די אינטרעסן פון די קלינטאנ׳ס אנווייזנדיג אויף א פארבינדונג צווישן דעמאקראטן און דאס ווייב פון מקעיבי וועלכע איז א פאליטישע באאמטע, אבער מקעיבי האט רעאגירט אז ער וועט ארויסדינען זיין טערמין וואס ענדיגט זיך קומענדיגע מערץ. דאס האט געברענגט סעשאנס צו פארלאנגען פונעם עף-בי-איי דירעקטאר אים צו אפזאגן, אבער דער עף-בי-איי דירעקטאר האט קאטעגאריש אפגעווארפן דעם פארלאנג און געזאגט אז אויב די דרוק האלט אָן וועט ער רעזיגנירן.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל