וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן פובליצירט אן אפיציעלן סטעיטמענט, אין וועלכע ער רייסט גאר שארף אראפ זיין געוועזענעם קאמפיין ראטגעבער און ווייסער הויז הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן, נאכדעם וואס עס זענען פובליצירט געווארן נעגאטיווע קאמענטארן וואס בענאן האט געלאזט פאלן קעגן טראמפ.

דער שטורעם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס עס זענען פובליצירט געווארן אויסצוגן פון א בוך, וואס דער זשורנאליסט מייקל וואלף גרייט זיך ארויסצוגעבן, אין וועלכן ער ברענגט נאך קאמענטארן פון בענאן, וועלכער זאגט אז די זיצונג פון א רוסישן לויער מיט טראמפ'ס זוהן דזשוניאר, איז קלאר געווען אומלעגאל.

אין רעאקציע צו דעם, און נאך פילע באליידיגנדע סטעיטמענטס וואס בענאן לאזט פאלן אין וואלף'ס בוך, האט טראמפ אין א סטעיטמענט געזאגט אז בענאן האט גארנישט מיט אים, און אז "ווען ער איז אויפגעזאגט געווארן פון זיין פאזיציע אין ווייסן הויז, האט ער נישט נאר פארלוירן זיין דזשאב, נאר אויך פארלוירן זיין שכל."

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל