נעכטן איז ארויסגערינען צו די פרעסע, אז אין א זיצונג מיט געזעצגעבער וואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן נעכטן, האט ער זיך געוואונדערט פארוואס אמעריקע נעמט אריין פליטים און אימיגראנטן פון צוריקגעבליבענע לענדער, און גענוצט א וואולגארע טערמין צו באצייכענען די לענדער אין אפריקע און דרום אמעריקע, און האט געפרעגט ״פארוואס נעמען מיר נישט אריין מער אימיגראנטן פון לענדער אזוי ווי נארוועגיע?״

די באמערקונגען זענען געמאכט געווארן אין א דיסקוסיע איבער די לעצטע באשלוס פון די אדמינסטראציע, צו ענדיגן די צייטווייליגע וויזע פאר הונדערטער טויזנטער פליטים וועלכע האלטן זיך דא אויף פון האיטי און על-סאלוואדאר און זענען אהערגעקומען אין ליכט פון נאטורליכע קאטעסטראפעס. דער פרעזידענט האט אויסגעדריקט אומצופרידנהייט אז די אימיגראנטן קומען פון צוריקגעבליבענע לענדער, און די וואולגארע טערמין וועלכע ער האט גענוצט ווערט געזען ווי א ראסיסטישע אויסדרוק.

די באמערקונגען האבן געברענגט א פלייץ פון אויפברויז און פארדאמונגען, אבער פרעזידענט טראמפ לייקנט אז ער האט געמאכט די באמערקונגען איבער האיטי, אבער עס איז אנגעוויזן געווארן אז ער האט געמאכט די באמערקונג אין אלגעמיין איבער לענדער אין אפריקע. די באמערקונגען זענען אויך פארדאמט געווארן דורך די פעלקער פאראיין מענטשן רעכט קאנסיל.

 בילד: שטורעם וועגן טראמפ׳ס אויסדרוקן איבער אפריקאנער לענדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל